לדלג לתוכן

אנאלאגיע

פֿון װיקיפּעדיע

אנאלאגיע איז סיי פון קאגניטיווער בחינה א פראצעס פון טראנספערירן אינפארמאציע פון איין סאביעקט (פון דער שורש) צו אן אנדער באזונדער סאביעקט (די ציל), און אויך איז עס א לינגוויסטישער אויסדרוק קארעספאנידרענדיג צו אזא פראצעס.

אין די שמעלערע זין פון ווארט, איז אן אנאלאגיע א משל צו קומן צו אן אויספיר און מסקנה איבער אן ענין אדער א לאגישער ארגומענט פון איין פרט צו אן אנדערע פרט, און נישט קיין משל אדער אויספיר פון א כללית'דיגער ענין אויף א פרט.

די ווארט אנאלאגיע קען אויך מיינען א גלייכקייט אדער אנדער סיי וואסערע פארבינדונג צווישן דער שורש און דעם ציל זעלבסט, וואס איז אפט, אבער נישט דוקא, א ענדליכקייט, אזוי ווי אנאלאגיע אין ביאלאגיע. אנאלאגיע שפילט א גרויסע ראלע אין טאג טעגליכען לעבן אדער שפראך, וו.צ.ב.ש. אין פראבלעמען לייזונג, באשלוסען אפמאך, באגרייפען ענינים, זכרון, שאפונג, געפילן, הסברה, און קאמוניקאציע.

עס ליגט אויך אונטער גאר יסודות'דיגע אויפגאבעס אזויווי אינדעפיקאציע פון פלעצער, אביעקטען און מענטשען, צ.ב.ש., אין פנים אויפכאפן, אדער פנים'ליכע דערקענען סיסטעמען.

טייל טוען גיין אויף אזוי ווייט צו ארגומענטירן אז אנאלאגעיע איז "דער תוך פון קאגנישען", ספעציפישע אנאלאגישע שפראך שטעלט צוזאמן ביישפילען, צוגלייך'ען, מעטאפאר'ס, ענדליכקייטען, און משלים.

ווערטער אדער פראזען ווי: א.א.וו., און דאס גלייכן, אזויווי, כאילו, טוען זיך אויך פארלאזן אויף אנאלאגישער פארשטאנד פונעם מקבל פון א מעסעדזש אז זיי זאלן דאס אין אכט נעמען.

אנאלאגיע איז נישט בלויז וויכטיג אינעם טאג טעגליכען שפראך און אין קאמאן סענס, אוואו פראווערבס און אידיאום'ס געבן פיל ביישפיל פון איר אפליקאציע, נאר אויכט אין סייענס, ווי מעטאמעטיקס און חקירה, און אין די הומענעטיס.

אנאלאגיע איז געווען שוין שטודירט זינט קלאסישע אנטיקוויטי דורך פילאסאפן, וויסנשאפטלער, און אדוואקאטן.