לדלג לתוכן

ברעסלוי

פֿון װיקיפּעדיע
ברעסלוי: א בילד פונעם 17טן יארהונדערט

ברעסלױ (פּויליש: Wrocław; דײַטש: Breslau; טשעכיש: Vratislav; אונגאַריש: Boroszló; איטאליעניש: Breslavia; לאטייניש: Vratislavia; לעטיש: Vroclava; ליטוויש: Vroclavas; סלאוואקיש: Vroclav) איז אַ שטאָט אין שלעזיִע, פּױלן.

הימל טורעם איז די העכסטע געביידע אין פוילן, און האט פלאץ פאר ביוראס, האנדל און וואוינונגען

ברעסלוי איז די צווייט רייכסטע שטאָט אין פוילן נאך ווארשע.[1] עס ווערט גערעכענט אז 401 מיליאנערן וואוינען אין ברעסלוי, ד״ה פערזאנען וואס זייער יערליכע איינקומפט גייט אריבער 1 מיליאן PLN (אין יאר 2014). ברעסלוי און דער געגנט פון אונטער-שלעזיע זענען נאנט צו די גרענעצן מיט דייטשלאנד און טשעכיי, און דערפאר איז א גרויסער שותף פאר אימפארט און עקספארט מיט די לענדער.

ברעסלוי'ס אינדוסטריע פֿאבריצירט בוסן, אייזנבאן וואַגאָנען, היים אפאראטן, כעמיקאַלן און עלעקטראָניק. די שטאט האט פאבריקן און אנטוויקלונג צענטערן פון פיל אויסלענדישע און אינלענדישע קארפאראציעס, ווי למשל WAGO קאטאקט-טעכניק, זימענס, באש, נאקיע נעצווערק, וואלווא, HP, IBM, גוגל, אפערע ווייכווארג, באמבארדיער טראנספארטאציע און נאך.

  1. Gazeta Wrocławska - Wiadomości Wrocław, Informacje Wrocław. דערגרייכט דעם ‏14סטן מיי 2018.