שוועדן
קעניגרייך פון שוועדן Konungariket Sverige | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | שוועדיש | ||||
הויפּטשטאָט | שטאקהאלם | ||||
רעגירונג | קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע | ||||
מלך פּרעמיער מיניסטער |
גוסטאוו קארל ולף קריסטערסאָן | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
449,964 קוואַדראַט ק"מ 57 8.7 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
9,354,462[1] 88 20.6 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $337.893 ביליאן[2] (33סט) | ||||
וואַלוטע | שוועדישע קראנע | ||||
צײַט זאָנע | צענטראלע אייראפעאישע צייט | ||||
אינטערנעט דאָמען | se. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 46+ |
דאס שװעדן (שוועדיש: Sverige; סוועריע), אפיציעל דאס קעניגרייך פון שוועדן, איז אַ לאַנד אין דעם סקאנדינאווישן האלבאינזל אין צפון־אײראָפּע. שוועדן האט לאנד גרענעצן מיט נארוועגיע צו מערב און פינלאנד צו צפון־מזרח, און ים גרענעצן מיט דייטשלאנד, דענמארק און פוילן צו דרום, און מיט ליטע, לעטלאנד, עסטלאנד און רוסלאנד צו מזרח. פון שוועדן קיין דענמארק איז דא א בריק־טונעל. זײַן הױפּטשטאָט איז שטאָקהאָלם, מיט א באפֿעלקערונג פֿון 800,000 אין דער שטאט און 2 מיליאן אינעם מעטראפאליטאנעם שטח.
שוועדן איז דאס דריטע גרעסטע לאנד אין דעם אייראפעאישן פארבאנד, מיט א שטח פון 450,295 קוואדראט ק"מ. די באפעלקערונג פון שוועדן איז 9.3 מיליאן.
שוועדן איז איינער פון די שטאַטן מיט די גרעסטע לעבן ערווארטונג.
די אפיציעלע שפראך איז שוועדיש, זייט דעם 1טן יולי 2009; פריער האט שוועדן נישט געהאט קיין אפיציעלע שפראך. שוועדן האט פינף אפיציעלע מינדערהייט שפראכן: פיניש, יידיש, סאמי, מעאנקיעלי און ראמאני.
שוועדן איז געווארן א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד אום 1995. די וואלוטע איז די שוועדישע קראנע.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שוועדן געפינט זיך אין צפון אייראפע, מערב פונעם באלטישן ים מיט א לאנגן בארטן, זייענדיק דער מזרח טייל פונעם סקאנדינאווישן האלבאינזל. צו מערב זענען די בערג וואס שיידן שוועדן פון נארוועגיע. פינלאנד געפינט צו צפון־מזרח. אין ים זענען דא גרענעצן מיט דייטשלאנד, דענמארק, ליטע, לעטלאנד, עסטלאנד, פוילן און רוסלאנד, און א בריק־טונעל אין דרום־מערב פארבינדעט שוועדן מיט דענמארק.
שוועדן, מיט א שטח פון 449,964 קוואדראט ק"מ, איז דאס 55סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט,[3] דאס 4טע גרעסטע אין אייראפע (אויסשליסנדיק אייראפעאישן רוסלאנד) או דאס גרעסטע אין צפון אייראפע. דער העכסטער פונקט איז קעבנעלקייסע, הויך 2,111 מעטער איבערן ים פלאך.
15% פון שוועדן ליגט צפון פונעם ארקטישן קרייז. בערך 65% פון דעם גאנצן שטח איז באדעקט מיט וועלדער. די גרעסטע אינזלען זענען גאטלאנד און עלאנד. די גרעסטע אזערע איז ווענערן, די דריטע גרעסטע אזערע אין גאנץ אייראפע.
דעמאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די גרעסטע שטעט אין שוועדן זענגן שטאקהאלם (1,372,565 איינוואוינער), געטעבארג (549,839), מאלמא (280,415) און אופסאלא (140,454).
פאליטיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שוועדן איז א קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע, און דער ראש מלוכה איז קארל גוסטאוו. דער פארלאמענט האט 349 מיטגלידער, און וואלן ווערן געהאלטן יעדע פיר יאר, דעם דריטן זונטאג אין סעפטעמבער.
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער גרעסטער טייל פון שוועדנס עקאנאמיע איז אינזשעניריע, מיט 50%. אויך זענען טעלעקאמוניקאציע און די אויטאמאבילן אינדוסטריע גאנץ וויכטיג. די צווי גרעסטע פירמעס זענען וואלווא און עריקסאן.
דער שוועדישער רייקסבאנק, געגרינדעט אין 1668, איז דער עלצטער צענטראלבאנק אין דער וועלט.
קולטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שוועדן א נאציאנאלע ביבליאטעק וואס געפינט זיך אין שטאקהאלם.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Befolkningsstatistik. Statistiska centralbyrån. דערגרייכט דעם 2010-05-18.
- ↑ Sweden. International Monetary Fund. דערגרייכט דעם 2010-04-21.
- ↑ Country Comparison: Area. Central Intelligence Agency. Cia.gov. דערגרייכט דעם 19 August 2010.
אויסטראליע · אונגארן · איסלאנד · אירלאנד · איטאליע · בעלגיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · דרום קארעע · האלאנד · טערקיי · טשילע · טשעכיי · ישראל · יאפאן · לוקסעמבורג · מעקסיקע · ניי זילאנד · נארוועגיע · סלאוואקיי · סלאוועניע · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פינלאנד · פראנקרייך · קאנאדע · שפאניע · שוועדן · שווייץ · פאראייניגטע קעניגרייך · פאראייניגטע שטאטן |